דײַן רעכט צו ניצן נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן
צי רעדסטו סאַמיש, פֿיניש, מיענקיעלי, ייִדיש אָדער ראָמאַני טשיב? דאָ קענסטו זיך לערנען װעגן דײַנע שפּראַכיקע רעכט און װאָס דו קענסט פֿאָדערן פֿון אונדז.
די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן אויף אונדזער װעבזײַטל
אויף אונדזער װעבזײַטל איז דאָ אינפֿאָרמאַציע װעגן װאָס װעט געשען װען דו װערסט אַרבעטסלאָז, איבערגעזעצט אויף די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן.
פארבעסערטע רעכטן פאר פיניש, מינקיעילי און סאמי
די וואס רעדן פיניש, מינקיעילי און סאמי האבן די רעכט צו קאמיוניקירן מיט אונז שריפטליך אין אייער אייגענע שפראך, און צומאל אפילו מינדליך, געווענליך דורך א דאלמעטשער. דאס ווענדט זיך אויף וואו אין שוועדן איר וואוינט. אויב איר זענט אין די מינאריטעטן שפראך'ס אדמיניסטראטיווע געגנט דאן האט איר אלעמאל די רעכט צו קאמיוניקירן מיט אונז מינדליך אין אייער שפראך.
טיילמאל, זענט איר אויך בארעכטיגט צו א שריפטליכע איבערזעצונג פון באשלוסן און זייערע סיבות אין אייער קעיס, אין פיניש, מינקיעילי און סאמי.
אידיש און ראמאני טשיב
אידיש און ראמאני טשיב זענען נישט-טעריטאריאל שפראכן. זיי זענען שוין אין שוועדן פאר א לאנגע צייט, אבער זענען נישט פארבינדן מיט א געוויסע טעריטאריע, נאר ווערן געגעבן מער אלגעמיינע שוץ.
אלע נאציאנאלע מינאריטעט שפראכן מוזן ווערן ווערן באשיצט און געשטיצט
און יאנואר 1 2010, איז די נאציאנאלע מינאריטעטן און מינאריטעט שפראכן אקט אריין אין קראפט. אידן, ראמא, סאמי, שוועדישע פינלאנדער און טאורנידיליענס זענען נאציאנאלע מינאריטעטן, און זייערע שפראכן זענען אידיש, ראמאני טשיב, סאמי, פיניש און מינקיעילי.
לויטן געזעץ, מוזן די נאציאנאלע מינאריטעט שפראכן ווערן באשיצט און געשטיצט. מיטגלידער פון נאציאנאלע מינאריטעטן זענען בארעכטיגט צו לערנען, אנטוויקלען און נוצן זייערע שפראכן. אויטאריטעטן מוזן אויסהערן די נאציאנאלע מינאריטעטן און נעמען און באטראכט זייערע געברויכן.
רעגירונג אגענטורן מוזן אייך אינפארמירן איבער אייערע רעכטן, אפגעזען פון וועלכע נאציאנאלע מינאריטעט שפראך איר רעדט, און וואו איר וואוינט אין שוועדן.
ליינט מער
צו ליינען מער וועגן מינאריטעט רעכטן און שפראך, באזוכט:
אינסוטוציע פאר שפראך און פאלקלאר
נאציאנאלע מינאריטעטן און מינאריטעט שפראכן אקט